די רױטע בהלה

(אױף פערברענטע פאַבריק־מײדלעך אין ניו יאָרק)

מאָרריט ראָזענפעלד

ניט קײן שלאַכט, ניט קײן פערטײפעלטער פּאָגראָם
האָט אָנגעפילט די גרעסטע שטאדט מיט קלאָגען;
די ערד האָט ניט געציטערט אין איהר תהום,
עס האָט קײן בליץ, קײן דונער ניט געשלאָגען;
ס׳האָבען קײן שװאַרצע װעטער־װאָלקענס ניט געקראַכט,
און קײן קאַנאָנען ניט די לופט צואַקערט —
אָ, נײן! דאָס האט אַ מורא׳דיגע העלל ערװאַכט,
אַ שקלאַפען־נעסט מיט שקלאַפען װילד געפלאַקערט;
דאָס האָט דער גאָלד־גאָט מיט אַ בראַנד־געלעכטער
געפרעסען אונז׳רע זיהן און טעכטער,
געלעקט די לעבענס מיט זײנע רױטע צונגען —
זײ זײנען אין דעם טױט געשפּרונגען,
אין זײן שױס געדרונגען,
ער האָט זײ געכאַפּט, געלאַכט, געזונגען...
ער האָט זײ פערשלונגען.

זײ זײנען געזעסען אין זײער יאָך פערטיעפט,
זײער שװײס האָט געטריפט —
אין דעם פערטױבענדען געזשום
פון מאַשינען אַרום, —
װען צעהן שטאָק אין דער הױך,
האָט זײ פערװיקעלט דער רױך,
פערשפּונען דער פלאַם,
און אַ גלוטיגער ים
געפרעסען, גענאַשט,
פערקױהלט, פעראַשט!

שװעסטער מײנע! יונגע שװעסטער!
מײנע יונגע ברידער!...
טרױערט מײנע ליעדער!
יאָמערט און טרױערט!...
זעהט װי עס לױערט
פון טונקעלע נעסטער
דעם ארבײטער׳ס טױט;
װי ער האַלט זײן ברױט...
װי ער גלאָצט בײ זײן טהיר,
בײ זײן אָרעם געצעלט —
װעה, װעה איז מיר!
װעה, װעה דיר, װעלט!

אַ שבת איז דאָס געװען,
אַן אַרבײטער׳ס אַ שבת
זײן "קידוש"!... זײן "הבדלה"!...
די רױטע בהלה
איז פּלוצלונג געשעהן,
געשיקט פון דעם רײכען,
דעם פּרינץ פון געלד.
אָ, װעה אָהן אַ גלײכען!
פליסט טרערען־טײכען,
אַ פלוך דער אָרדענונג!
אַ פלוך דער אונאָרדענונג!
אַ פלוך דער װעלט!

אױף װעמען זאָל מען פריהער קלאָגען?
אױף די פערברענטע?
אױף די ניט־דערקענטע?
אױף די, װאָס קדיש זאָגען?
אױף די פערקריפּעלטע,
פון "זײן" געטראָגען?
מײן טרערען־טײך
אױף אײך אַלעמען גלײך!

פערהיל זיך אין שװאַרצען, דו גאָלדען לאַנד!
צו טיעף דײן פערברעכען, צו שרעקליך דײן שאַנד,
צו טױב דײן געװיסען, צו בלינד דײן געזעץ,
צו טײפעלש דײן "האַװען", צו בלוטיג דײן נעץ,
דײן נעץ, װעלכער פאַנגט דײנע אָרעמע לײט —
ס׳װעט קומען די צײט!... ס׳װעט קומען דײן צײט!...

צינדט יאָהרצײט־ליכט אָן אין די אידישע גאַסען!
דער בראָך איז דער בראָך פון די אידישע מאַסען.
פון אונזערע מאַסען פער׳חושך׳ט און אָרעם.
ס׳איז אונזער לױה, יא, — אונזערע קברים,
ס׳האָט אונזערע קינדער, װעה, אונזערע בלומען,
דער פײער פון אונזערע אָרעמס גענומען.
װעה! אונזערע ליעבע פער׳שרפה׳טע קױהלען,
װעה! אונזערע פרײדען אַ העללע מיט גרױלען,
װעה! אונזערע גליקען אַ באַרג מיט ארונות,
װעה! אונזערע זיסע — גיהנום זכרונות!...

אױף דײן געװיסען, רײכער, אונזער טרױער,
אױף דײן געװיסען אונזער קלאָג.
עס זאָל דורך נאַכט און טאָג
דיך שרעקען דער פערברענטער מױער,
און אונזערע טעכטער אין די פלאַמען
זאָלען דײן לעבען פער׳סם׳ען!
דיך זאָלען בײ דײנע פרײדען,
בײ דײנע גליקען,
װערגען, שטיקען
אונזערע לײדער!
בײ די שמחות פון דײנע קינדער
זאָלסטו פיהלען די קללה
פון דער רױטער בהלה,
און טאַפּען װי אַ בלינדער
די װענט מיט שרעקען,
ביז די צײט
װעט ברענגען די צײט
װאָס װעט דיך פערמעקען!